// 845.371.2222 בעזהשי"ת שבט תשפ"ה וויכטיגע מעלדונג – פרי- רעגיסטראציע אזויווי די הנהלת המוסדות גרייט זיך שוין בעז"ה צום שנת הלימודים תשפ"ו הבעל"ט, צו מסדר זיין כיתות, מלמדיםלערערינס, בנינים וכדו', על צד היותר טוב בס"ד, ווערט פארלאנגט אז אלע עלטערן וואס ווילן שיקן 'נייע' קינדער אויף קומענדיגע יאר, סיי יונגלעך אין תלמוד תורה (אדער נורסערי טיטשער קלאס), און סיי מיידלעך אין בנות ישראל, דארפן אר יינגעבן אן אפליקאציע. אינגלעך: די יעצטיגע רעגיסטראציע איז אויך פארלאנגט פאר אלע וואס ווילן אריינשיקן אין נורסערי פון נאך פסח תשפ"ה ביז פסח תשפ"ו פאר נורסערי דארף אייער קינד זיין 2 יאר מיט 9 חדשים אלט. דארף קענען רעדן געהעריג, און זיין געהעריג געטרעינט. פ אר קינדערגארטן דארף אייער קינד זיין 3 יאר אלט ר"ח תמוז תשפ"ה. מיידלעך : נורסערי: דארף די קינד זיין 3 יאר ביז November 30, 2025 קינדערגארטן: דארף די קינד זיין 4 יאר ביז November 30, 2025 מיר קענען נישט אננעמען קיין מיידלעך אין PRE-1-A . מען קען אפנעמען אפליקאציעס: אין אפיס פון די מוסדות 15 Elyon Rd . אדער ביי די מוסדות וויזניץ קעסטל אין ביהמ"ד הגדול (קאווע צימער). צו באקומען אן אפליקאציע: דורך די פאסט, אדער דורך פאקס: רופט 845.731.3700 ext. 1738 דורך אימעיל: application@viznitzny.com דער באשעפער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער על דרך הישר, און זען פון זיי אסאך אידיש נחת, ונזכה בקרוב לקבל פני משיח צדקנו, אכי"ר. דער דעדליין אריי נצושיקן אפליקאציעס פאר נייע קינדער איז דאנערשטאג יתרו ט"ו שבט הבעל"ט – Feb. 13 ‘25 אין די פארגאנגענהייט האט זיך שוין געמאכט פאר עלטערן אומזיסטיגע עגמ"נ צוליב פארנאכלעסיגקייט אין די זמן פון אריינגעבן די אפליקאציע. דערפאר טוען מיר קלארשטעלן: 1) מיר קענען נישט נעמען קיין אחריות אז עס וועט זיין פלאץ פאר קינדער וואס מיר באקומען זייער אפליקאציע שפעטער ווי דעם אויבנדערמאנטן דאטום . 2) עס וועט זיין אן איינמאליגע נאן- ריפאנדיבעל אפצאל פון $150 פאר אפליקאציעס וואס קומען אריין נאך דעם דאטום. 183
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0